טייך
From Wikipedia, the free encyclopedia
א טײַך איז א נאטורליכער וואסער וועג, וואס רוקט פריש וואסער אריבער א לאנד אפשניט פון העכער צו נידעריגער שטאפלס, און איז א וויכטיגער באשטאנדטייל פון דער וואסער צירקולאציע. דאס וואסער אין א טייך קען זיין פון קוואלן אדער וואס רינט אפ פון די ברעגן אדער וואס צעלאזט זיך פון א גלעטשער.
ע"פ רוב דאס וואסער אין דעם טייך פֿליסט אין א ים, אקעאן אדער אן אזערע.
אין דער היסטאריע פון דער וועלט האבן מענטשן זיך באזעצט א יישוב ביי די ברעגן פון א טייך. די גרויסע וועלט ציוויליזאציעס האבן זיך אנטוויקלט אין די טאלן פון טייכן: מעסאפאטאמיע (טאל פון פרת און חידקל), אינדוס טאל, טאל פונעם געלן טייך און טאל פון נילוס.
דער טייך פארזארגט די איינוואוינער מיט וואסער צו טרינקען און פאר באוואסערונג, פיש צו עסן, אן ארט זיך צו וואשן און צו וואשן וועש, זאמד פאר בויען, א פרוכבארן ערדשיכט, קראפט צו באוועגן וואסערמילן, א באקוועמען וועג פאר פארקער און טראנספארט. היינטיקע צייטן ניצט מען אויס גיכע טייך פאר הידראעלעקטרישער ענערגיע און אויך א וועג אוועקצונעמען די פאמויעס און פאבריקן אפפאל.
אפטמאל ווערט א טייך באשטימט דער גרענעץ צווישן צוויי לענדער (וואס מ'רופט א נאטירלעכן גרענעץ). למשל, דער פרוט איז דער גרענעץ צווישן רומעניע און מאלדאווע, טייל פונעם דוניי איז א גרענעץ צווישן רומעניע מיט סערביע און בולגאריע. אין אוראלטע צייטן איז דער דוניי געווען דער גרענעץ פון דער רוימישער אימפעריע.
א קליינער טייך ווערט גערופן א טייכל אדער א וואסער-שטראם.
טייכן זענען א טייל פונעם וואסער-ציקל. אין אלגעמעיין זאמעלט זיך וואסער פון אפזעץ דורך א דרענאזש בעקן וואס באקומט וואסער פונעם אייבערפלאך און אנדערע מקורות ווי ערד-וואסער, קוואלן און אויך וואסער באפרייט פון אייז און גלעטשערס. די וויסנשאפטלעכע שטודיע פון טייכן הייסט פאטאמאלאגיע.