יצחק באשעוויס זינגער
אידישע שרייבער / From Wikipedia, the free encyclopedia
יצחק הירש באשעוויס (בת שבע'ס) זינגער (21סטן נאוועמבער 1902 - 24סטן יולי 1991) איז געווען א יידישער שרייבער, געווינער פונעם נאבעל פריז אויף ליטעראטור אינעם יאָר 1978.
דער אַרטיקל איז אַ יתום, ווייל ווייניק אָדער קיין אַרטיקלען פאַרבינדן צו אים. זייט אַזוי גוט שאַפט לינקען צו דעם בלאַט פון אַרטיקלען וואָס האָבן אַ שייכות; ס׳איז פאַראַן פאָרשלאָגן. |
גיכע פאקטן געבורט, טויט ...
געבורט |
14 יולי 1904 פוילן |
---|---|
טויט |
24 יולי 1991 (אלט 87) סורפסייד, פלארידע, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע |
מדינה | פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע, פוילן, רוסלענדישע אימפעריע |
אונטערשריפט | |
פארמאכן
ער האָט געשריבן עטלעכע לאַנגע ביכער, װאָס זענען דערשינען אין דער צײַטונג פֿאָרװערטס, ווי אויך דערציילונגען פאר קינדער וועלכע זענען תיכף איבערגעזעצט געווארן אויף ענגליש און ניטאמאל געדרוקט געווארן אין זייער ארגינעלער פארעם.
אזוי איז אויך געווען מיט אסאך פון זיינע ביכער, וואס אפילו בשעת ער האט דאס געשריבן האט מען דאס שוין איבערגעזעצט – טיילמאל ער אליין. ער האט אבער פארט קודם אלעס געשריבן אין זיין מוטער־שפראך.
זיינע ביכער אינעם ארגינעל זענען אביסל שווער צו באקומען, זינט מ'קען עס נישט לייענען אויפן געוועב צוליעב קאַַפּי-רעכטן און זיינע יורשים האבן נישט קיין אינטערעס זיי איבערצודרוקן.