מלכות יהודה
From Wikipedia, the free encyclopedia
מלכות יהודה איז געווען די מלוכה פון די שבטים: יהודה, בנימין און האלב לוי. עס האט געהייסן לויט שבט יהודה וויבאלד דאס איז געווען די גרעסערע שבט צווישן זיי.
מלכות יהודה איז געווען אין דרום זייט פון ארץ ישראל פון גבע ביז באר שבע, ווען איר הויפטשטאט איז געווען ירושלים. מלכות יהודה איז געשטאנען 389 יאר אויף א פלאך פון 8,900 קילא מעטער.
מלכות יהודה איז אויפגעשטעלט געווארן אין יאר ב'תתל"ב. 80 יאר ביז דאן זיינען אלע שבטים געווען אייניק אונטער איין מלוכה, אונטער בית דוד, אבער נאך וואס שלמה המלך איז געשטארבן, און זיין זון רחבעם איז געווארן קעניג וואס האט ארויפגעלייגט הויכע שטייער אויף די עשרת השבטים און נישט אויף זיין אייגן שבט יהודה, האבן די עשרת השבטים און בראשם ירבעם בן נבט באשטימט זיך אפצוטיילן פון דער שטאמבוים פון בית דוד און מאכן אן אייגענע מלוכה "מלכות ישראל".
אין ספר מלכים שטייט, אז געוויסע קעניגן פון מלכות יהודה זיינען געווען וווֹיל און האבן געדינט גאט ווי עס דארף צו זיין, זיי האבן געדינט גאט אין בית המקדש אין ירושלים. אבער געוויסע קעניגן זיינען געווען שלעכט און האבן געדינט עבודה זרה און צעשפרייט די מזבחות.
מלכות יהודה האט גולה געווען אום ג'קע"ד, נאכער האבן זיי זיך צוריק געקערט קיין ארץ ישראל אונטער פערסישע קאנטראל, און האבן אויפגעבויעט דער צווייטער בית המקדש.