אגודת ישראל
From Wikipedia, the free encyclopedia
אגודת ישראל (אגו"י) איז א חרדישע ארגאניזאציע געגרינדעט אין קאטאוויץ, פוילן, י"א סיון ה'תרע"ב (1912). דער ציל פון דער ארגאניזאציע איז צו לייזן טאג־טעגלעכע שאלות אין לעבן פונעם יידישן פאלק אין דער גייסט פון תורה און מצווה. אגודת ישראל באשפעטיקט זיך מיט עניינים פון חינוך, כשרות און נאך א סך געביטן, געפירט דורך דער מועצת גדולי התורה (ראַט פון גדולי התורה), וואס איז צוזאמענגעשטעלט פון די חשוב׳ע רבנים צווישן אירע שטיצער. די אגודה ווערט אידענטיפֿיצירט מיטן צענטראלן טייל פון חרדישן יידנטום איבער דער וועלט. אין ישראל האט די ליטווישע דגל התורה פארטיי זיך צעשיידט פון דער אגודה אין די סוף תש״מ יארן, און היינט רעפרעזענטירט די אגודה אין ישראל מערסטנס דעם חסידישן טייל.