די צייטונג
חרדישע וועכנטליכע צייטונג אויף אידיש / From Wikipedia, the free encyclopedia
די צייטונג - נייעס באריכט איז א אידיש-שפראכיגע וועכנטליכע צייטונג אין ניו יארק סיטי.
זי איז געגרינדעט און רעדאַקטירט דורך ר' אברהם פרידמאן, א שטארק פרומער חסידישער סאטאמארער איד פון בארא פארק, ברוקלין.
די וואכן צייטונג ערשיינט יעדן מיטוואך אין אידיש.
אין 2012 האבן זיי אביסל איבערגעארבעט די צייטונג און געמאכט א באזונדערע ביילאגע פון די ארטיקלען מיטן נאמען "די אידישע צייט", ווי אויך לייגן זיי קאלירטע בילדער פון רבי'שע הויפן אין די מיטלסטע בלעטער.
די צייטונג האלט זיך פאר סאטמאר געשטימט און נעמט נישט קיין שטעלונג אינעם סאטמאר מחלוקת.
עס איז זייער פיל מיט וועלטליכע פאליטיק און נייעס ווי איידער נייעס פון חסידישע הויפן.