זשיטאמיר
From Wikipedia, the free encyclopedia
50°16′N 28°40′E זשיטאמיר (אוקראיניש: Житомир, רוסיש: Житомир, פּויליש: Żytomierz) איז א היסטארישע שטאט אין וואהלין, אין צפון פון מערב אוקראינע, 130 ק"מ מערב פון קיעוו. ער איז דער אדמיניסטראטיווער צענטער פונעם זשיטאמירער אבלאסט. זשיטאמיר פארנעמט א שטח פון 65 קוואדראט ק"מ.
דער בירגערמייסטער איז ווירא שעלדוטשענקא.