ים פון אזאוו
ים / From Wikipedia, the free encyclopedia
דער ים פון אזאוו (רוסיש: Азо́вское мо́ре - אַזאווסקאיע מארע; אוקראיניש: Азо́вське мо́ре - אַזאווס'קע מארע) איז דער וועלט'ס פלאטשיקסטער ים, באהאפֿטן דורכן קערטשער דורכגאס צום שווארצן ים צו דרום. זיינע גרענעצן זענען אוקראינע צו צפון, רוסלאנד צו מזרח און דער קרימער האלבאינזל צו מערב. דער דן טייך פליסט אין ים אריין.
רוב פֿארשערס האלטן אז דער נאמען שטאמט פון דער שטאט אַזאוו אדער אַזאַק, וואס איז טייטש 'נידעריג' אויף טערקיש.