שלום (צייטונג)
From Wikipedia, the free encyclopedia
שָׁלוֹם (Şalom) איז א יידישע צייטונג געגרינדעט אין 1947 און ווערט פארעפנטליכט אין טערקיי. רוב פון דער צייטונג איז אויף טערקיש, אויסער איין בלאט געשריבן אין לאדינא.
זינט מערץ 2005 האבן זיי צוגעלייגט א ביילאגע אין לאדינא.
עס ווערט געליינט ביי ארום פינעף טויזנט, דאס מערהייט זענען אבאנירער וואס א טייל פון זיי זענען אויסער טערקיי.