אהרן לייב שטיינמאן
ישראל'ישער ליטווישער רב און מנהיג / From Wikipedia, the free encyclopedia
הרב אהרן יהודה לייב שטיינמאן ("הגראי"ל"; י"ד חשוון ה'תרע"ד - כ"ד כסלו ה'תשע"ח) איז געווען א ליטווישער ראש ישיבה, פון די הויפט מנהיגים פון דער חרדישער וועלט אין די יארן פון תש״ס. ער איז געווען דער נשיא פון דער מועצת גדולי התורה פון דגל התורה.
גיכע פאקטן געבורט, טויט ...
געבורט |
22 אקטאבער 1914 (יוליאניש) י"ד חשוון ה'תרע"ד קאמעניץ, בעלארוס |
---|---|
טויט |
12 דעצעמבער 2017 (אלט 103) כ"ד כסלו ה'תשע"ח בני ברק, ישראל |
קבורה ארט | פאנאוועזשער בית עולם |
מדינה | ישראל |
טעטיקייט ארט | בני ברק |
באלאנג | דאס ליטווישע אידנטום |
אמטן | ראש ישיבה פון: ארחות התורה, גאון יעקב, און פאנאוועזשער ישיבה לצעירים |
זיינע רביס | רבי יצחק זאב הלוי סאלאווייטשיק, רבי משה סאקאלאווסקי, רבי פסח פרוסקין |
חיבורים | אילת השחר, חסד ומשפט, ימלא פי תהילתך, מפקודיך אתבונן, עזי ומגיני. |
פארמאכן
ער איז אויך געווען דער ראש ישיבה פון עטליכע ישיבות: גאון יעקב, ארחות תורה, תורה בתפארתה און פון דער פאנאוועזשער ישיבה לצעירים, און איז אמאל אויך געווען דער ראש כולל פונעם פאנאוועזשער כולל. ער האט מחבר געווען דרייסיק ספרים. ספר איילת השחר אויף מסכתות הש"ס און חמשה חומשי תורה, און ספר ימלא פי תהילתך פון שמועסן.
ער האט געהייראט מרת תמר (טעמא) קארנפעלד (נפ' תשס"ב), אן אייניקל פון משה חיים ראטנבערג פון כענטשין.