די טיילונג אין אונגארישן יידנטום
From Wikipedia, the free encyclopedia
די טיילונג אין אונגארן (לשה"ק: החלוקה במדינת אונגארן) איז געווען די אפיציעלע צעשפליטערונג פון די יידישע געמיינדעס אין דעם קעניגרייך פון אונגארן (נישט היינטיקע אונגארן) צווישן ה'תר"ל און ה'תרל"ב, צו ארטאדאקסישע, נעאלאגישע און שטאַטוסקווא קהילות. א סאך אלטע געמיינדעס האבן זיך צעשפליטערט אין צוויי און אפילו דריי נייע צוליב דער טיילונג.
די ארטאדאקסישע, שטאטוסקווא און נעאלאגישע שולן אין בודאפעשט. |