התקווה
From Wikipedia, the free encyclopedia
הימנון התּקווה (פֿון העברעאיש: די האָפֿענונג) איז דער נאַציאָנאַלער הימן פֿון דער מדינת ישׂראל. דער טעקסט פֿונעם הימן איז דער ערשטער קופּלעט מיטן רעפֿרען פֿון אַ פּאָעמע "תקװתּנו", װאָס איז געשריבן געװאָרן דורך נפתלי הערץ אימבער אין 1878. די מעלאָדיע שטאַמט פֿון אַ רומענישן ניגון, װאָס אַלײן קומט פֿון אַן איטאַליעניש ליד פֿון 16טן י״ה.