חיים יוסף דוד אזולאי
רב, מקובל, היסטאריקער / From Wikipedia, the free encyclopedia
הרב חיים יוסף דוד אזולאי, באקאנט מיט זיינע ראשי תיבות חיד"א, (ה'תפ"ד 1724 - י"א אדר, ה'תקס"ו 1806) דאס איז דער באקאנטער ספרדישער גדול און אדם השלם וואס האט באלייכט דאס ספרדישע אידנטום מיט זיין תורה, קדושה, חכמה, פקחות, ענווה.
געבורט |
1724 ה'תפ"ד ירושלים, אטאמאנישע אימפעריע |
---|---|
טויט |
1 מערץ 1806 (אלט 82 בערך) י"א אדר, ה'תקס"ו ליווארנא, איטאליע |
קבורה ארט | הר המנוחות |
מדינה | אטאמאנישע אימפעריע |
באלאנג | בית אל מקובלים ישיבה |
זיינע רביס | יונה נבון, רש"ש, אליעזר נחום, חיים בן עטר |
תלמידים | אברהם אליעזר הלוי |
פאטער | יצחק זרחיה אזולאי |
חתימה | |
דער חיד"א האט מחבר געווען צענדליגע ספרים אויף אלע מקצועות התורה, ער איז געווען א באקאנטער מענטש אין דער גארער וועלט.
ער איז געווען א שד"ר צוויי מאל פון ארץ ישראל קיין חוץ לארץ, וואס האט געזאמלט געלט פאר די ארימע אידן אין ארץ ישראל.
דאס לעצטע מאל ווען ער איז ארויסגעפארן אין איטאליע, איז ער שוין פארבליבן דארט, מייסטענס אין ליווארנא, און האט דארט מחבר געווען רוב פון זיינע ספרים. ער איז געווען אין אסאך מדינות צווישן זיי ארץ ישראל, מצרים, איטאליע, אמסטערדאם, פראנקרייך, און האט זיך געטראפן מיט אסאך אידן און גויים צוגלייך, מיט רבנים, צדיקים, לומדים, קעניגן, שרים, עשירים און נאך וויכטיגע לייט, ער האט נושא חן געווען וואו אהין ער איז געקומען. זיינע ספרים זענען א קוואל וואס יעדער שעפט דערפון, ספעציעל היסטאריקער פון אידישן פאלק האבן אנגענומען וואס ער שרייבט אלס די מערסטע קראנט.
זיינע נסיעות און וואס עס איז אריבער אויף אים האט ער זעלבסט געשריבן אין זיינע צוויי קונטרסים וואס הייסן "מעגל טוב" צוויי חלקים.
ער איז געבוירן שנת ה'תפ"ד.[1] און איז נפטר געווארן י"א אדר ה'תקס"ו.
דער חיד"א האט געצויגן צו זיך מאסן מענטשן, מען האט געהאט פאר אים א ספעציעלער הדרת כבוד, ער שרייבט אז זייענדיג אין טריאסטי זענען די אידן אזוי נתפעל געווארן פון אים אז מען האט איעהם געברענגט א ספעציעלן שטוהל ער זאל זיך זעצען און מענטשן האבן אים געטאראגן אין בית המדרש. (מעגל טוב ע' 78). ער שרייבט אז אין אמסטטערדאם האט ער געהערט ווי אין פארשידענע שטעט האבן אסאך פארציילט פון זיין גרויסקייט. אויך אסאך גוים און גרויסע הערן פלעגן אים קומען באזוכן און הערן פון אים קלוגשאפט, איינמאהל זייענדיג אין טורינו איז געקומען צו אים דער אמבעסאדער פון פראנקרייך מיט א דעלעגאציע אים באזוכן. אויך גרויסע עשירים סוחרים און באנקירין זענען אים געקועמן באזוכן מיט כבוד (מעגל טוב ע' 173). און נרבונה זענען געקומען אלע שרים און הערין פו שטאט באזוכן, מיט זייער ווייבער, אים צו זיין "זיי האבן מיט געגעבן גרויס כבוד" (מעגל טוב ע' 134).