לגבט און יידישקייט
From Wikipedia, the free encyclopedia
די איסורים וועגן געי'ס, לעסביען'ס, ביסעקסואלן און טראנסגענדער'ן (לגב''ט) זענען נאך דיסקוסירט געווארן אין די תורה, אין פסוק זענען אידן באפוילן געווארן מיט די איסורים פון משכב זכר (ספר ויקרא, פרק יח, פסוק כב), און לא ילבש (מענער זענען פאַרבאָטן אָנצוטאָן "פרויען קליידער" און פֿאַרקערט). די שטעלונג פון לגב''ט אריינפלעכטונג אין די רעליגיעזע געמיינדע איז קאָנטראָווערסיאַל אין די פארשידענע קרייזן און קהילות: בכלל, ארטאדאקסישע קהילות און בפרט חרדישע קהילות. זענען מערסטנס פארמאכט פאר מיטגלידער וואס אידענטיפיצירן זיך אזוי. קהילות פון די אנדערע קרייזן זענען רעלאטיוו מער אָפן פֿאַר LGBT מענטשן.
רעליגיעזע טראַנסגענדערן זענען כּמעט נישט צום געפֿונען אין די ציבור'ישע דיסקאסוסיעס אין די רעליגיעזע געזעלשאַפט אין ישראל. ווען עס איז שוין יא דא א רעפערענס איז עס מערסטענס באגרעניצט צו פרויען טראנסגענדערן, בשעת טראַנסגענדער מענער ווערן איגנאָרירט.