מאסקווע
From Wikipedia, the free encyclopedia
מאָסקװע (רוסיש: Москвá) איז די הױפּטשטאָט און גרעסטע שטאט פֿון רוסלאַנד. 10 מיליאָן פּערזאָנען ווױנען אין מאָסקװע. די שטאט איז א וויכטיקער פאליטישער, עקאנאמישער, קולטורעלער, וויסנשאפטלעכער, פינאנציעלער, רעליגיעזער און טראנספארטאציע צענטער פון רוסלאנד. מאסקווע איז די ניינטע גרעסטע שטאט אין דער וועלט לויט באפעלקערונג.
|
מאסקווע ליגט אויפן מאסקווע טייך, און איז די מערסט באפעלקערטע אינלענדישע שטאָט אין דער וועלט. מאסקווע איז באקאנט פאר איר ארכיטעקטור. זי איז אויך די גרינסטע שטאט אין דער וועלט, און מער ווי פערציג פראצענט פון דער טעריטאריע פון דער שטאט איז באדעקט מיט גרין.
אין מאסקווע געפינט זיך דער קרעמלין, די אפיציעלע וואוינונג פון רוסלאנד׳ס פרעזידענט.
וואוינען אין מאסקווע איז זייער טייער; וועגן דעם טון טייל מענטשן פארדינגען זייערע מאסקווער דירות און זיי וואוינען אין א דאטשע.
מאסקווע ווערט גערופן עטלעכע נעמען, למשל דער דריטער רוים (Третий Рим), דער ערשטער טראן (Первопрестольная), און די העלד שטאָט (город-герой). א באוואוינער פון מאסקווע רופט מען "москвич" (מאסקוויטש) פאר א זכר אדער "москвичка" (מאסקוויטשקאַ) פאר א נקיבה, אויף יידיש א מאסקווער.