מעסאפאטאמיע
From Wikipedia, the free encyclopedia
מעסאָפּאָטאַמיע (פון גריכיש: מעסאס μέσος - "צווישן"; פּאטאַמיע ποτάμια - "טייכן") איז דער ראיאן וואס שפרייט זיך אויס צווישן די צוויי גרויסע טייכן דער פרת און דער חידקל. די צוויי טייכן הייבן זיך אן אין מזרח טערקיי; דער פרת הייבט זיך אן אין מיטל מזרח טערקיי און דער חדקל הייבט זיך אן אין דרום מזרח טערקיי, און ביידע גיסן זיך אריין אונעם פערסישן איינגאס. צווישן די צוויי טייכן וואס ציען זיך פון דרום טערקיי ביז אראפ גאנץ איראק ביזן פערסישן איינגאס, ווערט אנגערופן מעסאפאטאמיע, וואס דארטן האט זיך אנגעהויבן די ערשטע ציוויליזאציע. דער ראיאן איז דער מזרח טייל פון דער "פֿרוכטבארער האלבער לבנה". פריער האט מען גערופן נאר דעם צפון טייל צווישן די טייכן מיטן נאמען מעסאפאטאמיע; אין תנ"ך ווערט דער ראיאן אנגערופן ארם נהריים. היינט ניצט מען דעם נאמען פארן גאנצן שטח צווישן די צוויי טייכן.
מעסאפאטעמיע איז אנגענומען צו זיין די ערשטע ברייט פארשפרייטע פלאץ פון שריפט, די שומער שריפט, גערופן די "כתב יתידות" ווייל זיי פרעגן שרייבן מיט סימנים פון נעגל ארייגעקריצט אין ליים.