משפט עברי
From Wikipedia, the free encyclopedia
משפט עברי איז א מאדערנער טערמין וועלכער באצייכנט די אלגעמיינע יוריספרודענץ פון דער תורה און הלכה און אין אידישע מקורות אין אלגעמיין, אנגעהויבן פון מתן תורה. צווישן די מקורות פאררעכנט זיך די משנה, די גמרא (תלמוד), די שאלות־ותשובות ספרים, און די ספרים פון די פוסקים.
בנוגע דער פינקטליכער קאטעגאריע, וואס ווערט אלץ אריינגערעכנט אין דער דעפיניציע פון "משפט עברי", איז פארהאן א מיינונגס־פארשידנהייט צווישן פארשער און יורידישע מומחים. מנחם אלון האלט אז משפט עברי רעכנט אריין די געביטן אין הלכה וועלכע זענען אויך אנגענומען ווי לעגאלע געביטן אין אנדערע לעגאלע סיסטעמען, ווי למשל, דיני נזיקין, דיני קניין, און דיני עונשין. ווי ער זאגט, דארף מען פונאנדערשיידן צווישן "לעגאלע" הלכות, און "רעליגיעזע" הלכות. אן ענליכע מיינונג גיט אן שמשון עטינגער, וועלכער דעפינירט אינעם ראם פון "משפט עברי" אלע געזעצן וואס מיר וואלטן אליין געדארפט מאכן ווען נישט מיר וואלטן געהאט א תורה; ד"ה, די אלע געזעצן וועלכע זענען אן אומאפהענגיקער טייל פונעם לעבן. דאקעגן, יצחק אנגלרד האלט אז מען קען נישט פונאנדערשיידן צווישן לעגאלע און רעליגיעזע הלכות, און אזא צעטיילונג איז ארביטראריש.