אוקראינע
From Wikipedia, the free encyclopedia
אוקרײַנע, אוקראַיִנע (אוקראיניש: Україна "אוקראַײִנאַ") איז אַ לאַנד אין מזרח אײראָפּע. אירע אײנװאוינער באַטרעפן 47,425,336 (אין יאָר 2005). איר הױפּטשטאָט איז קיעוו; איר באַפעלקערונג איז ~ דרײַ מיליאָן מענטשן.
אוקראינע | |||||
| |||||
נאַציאָנאַלע זינגליד: מלוכהזינגליר פון אוקראינע | |||||
קאָנטינענט | אייראפע | ||||
אָפֿיציעלע שפּראַך | אוקראיניש | ||||
הויפּטשטאָט | קיעוו | ||||
רעגירונג | האלב דעמאקראטיע | ||||
פּרעזידענט פּרעמיער מיניסטער |
וואָלאָדימיר זעלענסקי דעניס שמיהאַן | ||||
גרינדונג דאַטום |
|||||
פלאַך מאָס וועלט גראַדונג פלאַך פּראָצענט וואַסער |
603,700 קוואַדראַט ק"מ 43טע 7% | ||||
באַפֿעלקערונג - צאָל - וועלט גראַדונג - ענגקײט |
47,425,336 25טע 79 מענטשן פאַר אַ ק"מ | ||||
פּראָדוקט ווערדע | 339,676 מיליאן $ (27סט) | ||||
וואַלוטע | גריווניע (UAH) | ||||
צײַט זאָנע | UTC+2 | ||||
אינטערנעט דאָמען | ua. | ||||
טעלעפֿאָן קאָד | 380+ | ||||
אוקרײַנע איז אײנע פֿון די לענדער אין מזרח אייראפע, און דאָס צווייט־גרעסטע לאנד אין אייראפע, נאָך רוסלאַנד. איר גרעניץ איז צװישן פױלן און סלאוואקיי און אונגארן פֿון אײן זײט, בעלארוס און רוסלאַנד פֿון דער צװײטער זײט, װאָס גײט ביז צו רומעניע, מאלדאווע און שװאַרצן ים.
פֿון די גרויסע באַוואוסטע וואַסערן אין אוקרײַנע זענען דער דניעפער, דער טייך בוג, און דער נעסטער.
אוקרײַנע איז אַ פֿרוכטבאַר לאַנד, באַדעקט מיט ריזיגע פעלדער און שוואַרצע סטעפּעס וואָס זענען באַוואַקסן מיט פייכטע גוטע פירות און פֿרוכט. זי איז וואויל באַקאַנט מיט איר ווייץ, קאַשע, קארן, גערשטן, קאַרטאפֿל, צוקער, און איבער אַלץ מיט אירע רייכע אויל פעלדער.
אין די צייטן פֿון קאָמוניזם האָט רוסלאַנד בא'גנב'ט דאָס גאַנצע האב און גוט'ס פֿון אוקראינע, זי האָט איר אריינגעוואָרפן אין אַ שרעקליכער אָרעמקייט, אויך האָט דער קאָמונינזם צוגעפֿירט אז די פשוט'ע פויערן אין אוקרײַנע זאלן נישט ארבעטן און זיך נישט זיך אנשטרענגען צו מאכן געלט, דאָס האָט געהאָלפן מאַכן אַ טעל פֿון גאַנץ אוקרײַנע. דעריבער האָט זי פאַרלוירן איר גלאַנץ זי איז געוואָרן אַן ארעמע צוריקגעשטאַנענע מדינה. אויך איז די כאבאר און שוחד געוואָרן דאָרט אומדערטרעגליך.
אין די לעצטע יארן זינט זי איז ארויס פונעם רוסישן שטיוול, פרובירט זי זיך צוריק צוכאפן, די עקאנאמיע ווערט בעסער, אומבאוועגלעכע גיטער גייען ארויף, און זיי פרובירן צו ווערן א מדינה פון געזעץ.
כאטש אוקרײַנע איז נישט קיין גרויסע מאכט דאך האט זי אין זיך נוקלעארע וואפן, דאס איז ווייל אין די יארן אונטער קאמוניזם האט רוסלאנד דארט געבויט נוקלעארע רעאקטערן ווייל זיי האבן געהאלטן עס וועט זיי העלפן פאר פארטיידיגונג, שפעטער ווען קאמוניזם איז צעפֿאַלן האט עס אוקרײַנע נישט געוואלט צוריקגעבן צו רוסלאנד, אנפאנג האט רוסלאנד פראטעסטירט, אבער מען האט זיך פארגליכן מיט דער הילף פון די אמעריקאנער.
זי פארמאגט עטליכע נוקלעארע רעאקטארן, דער באקאנסטער דערפון איז דער רעאקטער אין טשערנאביל. דארט איז פארגעקומען דער ריזיגער אויפרייס אין יאר תשמ"ה, דער אויפרייס האט געשדעיגט און פארפעסטעט די לופט ארום מיט שעדליכע ראדיא־אקטיווע שטראלן, עס האט געשאדט נישט בלויז פאר דעם געגנט נאר פאר גאנץ אייראפע, ביז היינט צו טאג ליידן אלע מדינות ארום פון די פארפעסטונגען, עס איז אויך נישט ערלויבט פון דער רעגירונג צו צו גיין אין דעם געגנט ארום.
די צען גרעסטע שטעט אין אוקראינע זענען קיעוו (הויפטשטאט זייט 1919), כארקעוו, אדעס, דניפראפעטראווסק, דאנעצק, זאפאריזשיע, לעמבערג, קריווי ריה, מיקאלייעווע און מאריופאל.