זון
צענטער שטערן פונעם זון-סיסטעם / From Wikipedia, the free encyclopedia
די זון (סימבאל: ) איז א שטערן ביים צענטער פון דער זון סיסטעם וואס ווארפט אימער ארויס ענערגיע וואס באשאפט שטראלן. זי איז א כמעט פערפֿעקט ספֿערישער באל פון הייסער פלאזמע. די זון גענערירט א מאגנעטיש פעלד. דער דיאמעטער פון דער זון איז 109 גרעסער ווי די ערד, און די מאסע פון דער זון איז 330,000 גרעסער ווי די ערד.
ווען מען זעט די זון אין דעם הימעל איז עס טאג; ווען מען זעט זי נישט איז עס נאכט.
די זון איז א שטערן אין דער מילכיגער וועג גאלאקסיע.
די ערד און די אנדערע פלאנעטן (ווי אויך די קארליק פלאנעטן, אסטערוידן און קאמעטן) דרייען זיך ארום דער זון אויף א באשטימטער רוטע צוליב דער זונ'ס שטארקע גראוויטאציע-קראפט.
די זון איז פון די תלמודישע שבעה כוכבי לכת אדער ווי מען רופט זיי אין מאמע לשון, גייענדיגע שטערן.
לויט ווי די וועלט האט געהאלטן ביזן 16סטן י"ה, און לויט ווי עס זעט אויס פאר דער וואס געפינט זיך אויף דער ערד, דרייט זיך די זון ארום דער ערד, אבער דער פארשער קאפערניק האט איבערגעוויזן מיט זיין אסטראנאמישער וויסנשאפט, אז עס איז פארקערט, די וועלט דרייט זיך ארום די זון.
יארן לאנג האבן גענומען די קריגערייען צווישן אידישע געלערנטע אין די גוי'אישע. וואס פון דעם איז געבליבן ווייסן מיר אויך אז "הודו חכמי ישראל לחכמי אומות העולם".
מאנכמאל טוט די לבנה פארשטעלן די זון, די דערשיינונג הייסט ליקוי חמה.
די אמאליגע פעלקער האבן געדינט די זון ווי אן אפגאט.
אין רוב פון דער וועלט היינט ניצט מען דעם זון-קאלענדאר, וואס איז באזירט אויף דער באוועגונג פון דער ערד ארום דער זון.