טשערנאבילער גזע
From Wikipedia, the free encyclopedia
טשערנאביל אין דער רוסלענדישער אימפעריע (היינט אוקראינע), איז א באקאנטע שטאט אין די חסידישע קרייזן, וואס דארט האט געוואוינט רבי מנחם נחום טווערסקי זצ"ל באקאנט אלס דער מאור עינים, דער גרינדער פון דער טשערנאבילער דינאסטיע. עס איז באקאנט אז אין רוסלאנד און פוילן פאר דער ערשטער וועלט קריג זענען געווען מער ווי א האלב מיליאן חסידים וואס האבן אנבאלאנגט צו די הויפן פון דער טשערנאבילער גזע.