יאפאן
From Wikipedia, the free encyclopedia
יאַפּאַן (יאפאניש: 日本, ניהאָן/ניפּאָן) איז אַן אינזל־לאנד אין מזרח אַזיע. עס איז פלאצירט אין צפון־מערב זייט פון דעם פאציפישן אקעאן, מזרח פון דרום קארעע, צפון קארעע, כינע און רוסלאנד. זײַן הױפּטשטאָט איז טאָקיאָ.
יאַפּאַן 日本国 ניהאן־קאקו/ניפאן־קאקו | |||||
| |||||
נאַציאָנאַלע זינגליד: קימיגאַיא | |||||
קאָנטינענט | אזיע | ||||
אָפֿיציעלע שפּראַך | קיין | ||||
הויפּטשטאָט | טאקיא 35°41′N 139°46′E | ||||
רעגירונג | פארלאמענטערע דעמאקראטיע | ||||
קייסער פּרעמיער מיניסטער |
נארוהיטא פומיו קישידה | ||||
גרינדונג דאַטום |
|||||
פלאַך מאָס וועלט גראַדונג פלאַך פּראָצענט וואַסער |
377,944 קוואַדראַט ק"מ 62סט 0.8% | ||||
באַפֿעלקערונג - צאָל - וועלט גראַדונג - ענגקײט |
126,475,664 (2011) 10טע 337.1 מענטשן פאַר אַ ק"מ | ||||
פּראָדוקט ווערדע | $4,338,000 מיליאן (3ט) | ||||
וואַלוטע | יען | ||||
צײַט זאָנע | UTC + 9 | ||||
אינטערנעט דאָמען | jp. | ||||
טעלעפֿאָן קאָד | 81+ | ||||
יאפאן איז אן ארכיפעלאג פון 6,852 אינזלען. די הויפט אינזלען האקיידא, האנשו, שיקאקא און קיושו באדעקן 97% פונעם לאנד שטח פון יאפאן. דער גרעסטער אינזל איז האנשו. עס איז א שטארק אנטוויקלט לאנד מיט דער דריטער גרעסטער פראדוקט ווערדע אין דער וועלט. די באפעלקערונג פונעם לאנד איז העכער פון 126 מיליאן מענטשן.
אין דעם מיטל אלטער זענען געווען אין יאפאן סאמוריי און שאגון, ענלעך צו ריטער און לארדן אין אייראפע.