יוס'לע טארנער
From Wikipedia, the free encyclopedia
רבי יוסף ב"ר שמואל קארנפעלד ז"ל (נפטר ט"ז תמוז תשל"ז) איז געווען אן איש חסיד, א דמות פלא און א אינטרעסאנטע איד. ער איז געבוירן געווארן אין שטאט טארנא אין גאליציע, און ער איז אזוי גערופן געווארן: "ר' יוס'לע טארנער". ער איז געקומען קיין ארץ ישראל נאך די ביטערע מלחמה, עלנד און צובראכן מדוכא ביסורים ל"ע. ר' יוסל'ע איז געווען מקורב און באליעבט ביי די גדולי וצדיקי הדור וואס האבן אים שטארק מכבד געווען, געזארגט פאר זיין וואוילזיין און מקרב געווען במחיצתם, און כמים הפנים לפנים איז ר' יוסל'ע געווען דבוק אין די צדיקים מיט א שטארקע דביקות און אמונת צדיקים.
ר' יוסל'ע איז געווען באשאנקען מיט אן אויסנאמע חן וואס איז געווען אויסגעגאסן אויף זיין פנים, וואס ער האט אויסגענוצט צו טוען אומצאליגע מעשי חסד, און זיין נאמען ווערט נאך היינט דערמאנט מיט גרויס שעצונג, און טראגט א ווארימע געפיהל אין הארץ פון אלע וואס האבן אים געקענט, ספעציעל ביי די תלמידי ישיבה דחסידי בעלזא אין ירושלים ת"ו, וואו ער האט אויסגעלעבט זיינע יאהרן בין כותלי בית המדרש און איז געשלאפן אין א פריוואטער צימער וואס איז אים צוגעשטעלט געווארן לפי הוראת כ"ק מרן מהר"א זי"ע. נישט האבנ'דיג קיין אייגענע משפחה, האט כ"ק מרן אדמו"ר מהר"א זי"ע זיך געזארגט ער זאל האבן א שטוב אין די ישיבה, און יבלחט"א כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א, האט ווייטער געזארגט פאר זיין וואוילזיין, ס'זאל אים גארנישט פעהלן.