לייקוואוד
From Wikipedia, the free encyclopedia
לייקוואוד (אויך: לייקוואָד; סטאַנדאַרט ייִדיש: לײקװוּד) איז א שטאט אין אקעאן קאונטי, ניו זשערסי, פאראייניגטע שטאטן.
- עס וואוינען דארט 135,158 מענטשן (2020 צענזוס), און איז לויט באפעלקערונג דער פיפט גרעסטער שטאט אין ניו זשערסי.
- לייקוואד איז איינע פון די אידישע געגנטן וואו עס וואוינען אסאך ארטאדאקסישע חרדישע יידן. האבנדיג די גרעסטע ישיבה - בית מדרש גבוה - אין די פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע, און פון די גרעסטע איבער דער וועלט.
- די חרדישע געמיינדע אין דער שטאט האבן זייער א גרויסן פאליטישן כח פון איבער 20,000 שטים בארעכטיגטע מענטשן אלס א שטים בלאק.
- אין יאר 2006 איז אויסגעוועלט געווארן א חרדישער איד מאיר ליכטענשטיין אלס דער בירגערמייסטער פון לייקוואוד.
- דער בירגערמייסטער אין 2008 איז געווען רעי קאולס.
- אין 2011 האט מען אויסגעוועלט מנשה מילער בירגערמייסטער וועלכער האט געדינט אלס בירגערמייסטער ביז ינואר 2017 . נאך אים האט מען ווידערמאל אויסגעוועלט דעם דעמאקראטישען קאנדידאט רעי קאולס, וועלכער האט שוין געהאט דעם אמט ביז 2011 יאר.
- עס זענען דא ארום הונדערט בתי מדרשים, און צענדליגע מוסדות.
נאך אינפארמאציע לייקוואוד ...
לייקוואוד | |
---|---|
| |
לאַנד | ניו זשערסי, USA |
געגנט | אקעאן קאונטי |
בירגערמײַסטער | רעי קאולס |
שטח | 65.0 קוואדראט ק"מ |
באַפֿעלקערונג | 135,158 - (אין 2020) |
פארמאכן
אין די לעצטע יארן די באפעלקערונג האט זיך פארגרעסערט און די שטאט האט זיך פארברייטערט, הונדערטער נייע הייזער זענען אויפגעשטעלט געווארן. אויכעט א סאך חסידישע יידן פון פארשידענע קרייזן האבן זיך באזעצט אין שטאט.