מגדל העמק
From Wikipedia, the free encyclopedia
מגדל העמק איז א שטאט אין צפון דיסטריקט פון ישראל, און געפונט זיך ביים צפון עק פון יזרעאל טאל, און אויף די בערג פון נצרת בערך 4 ק"מ דרום־מערב פון נצרת. די שטאט איז פיר קילאמעטער דרום מערב פון נצרת. דער נאמען פון שטאט איז געגעבן געווארן דורך יצחק בן צבי, דער צווייטער פרעזידענט פון ישראל.
|
מגדל העמק איז געגרינדעט אין 1953, אלס מעברה (איבערגאנגס ארט פאר אימיגראנטן), אין דער געגנט פון א פארלאזט אראביש דארף, דערנאך איז מגדל העמק דערקלערט געווארן, אלס אנטוויקלונג שטאט, און אין 1988, אנערקענט געווארן אלס שטאט. נאך דער גרויסער עליה אין די 1990ער יארן, איז די שטאט גרעסער געווארן, און נייע געגנטן זענען געבויט געווארן.
לויט דעם צענטראלן ביורא פאר סטאטיסטיק, ריכטיק פאר סעפטעמבער 2009, שטייט די באפעלקערונג אין שטאט ביי 24,800 איינוווינער.
דער שטאטס רב איז הרב יצחק דוד גראסמאן, זינט 1968; דער בירגערמייסטער איז אלי ברדה, זינט 1998.