עזה פאס
From Wikipedia, the free encyclopedia
עַזה פּאַס אדער עַזה־שטרײַף איז א ברעג ים לאנגער שמאלער באדן לעגאויס דעם מיטלענדישן ים, גרעניצענדיג זיך מיט עגיפטן אויף איר דרום-מערב און ארץ ישראל צו איר צפון-מזרח.
עס איז בערך 25 מייל לאנג און 4 ביז 7 און א האלב מייל דאס ברייט. וואס צוזאמען איז דאס דער טאטאלער שטח פון 360 קוואדראט ק"מ (139 קוואדראט מייל).
אינעם עזה פאס וואוינען אומגעפער 2.3 מיליאן פאלעסטינער. רוב פון די איינוואוינער געהערן צו דער סוני פראקציע פון איסלאם.
די טעריטאריע נעמט איר נאמען פון דער שטאט עזה וואס איז איר הויפטשטאט.
אין יאר תשס"ה האט מדינת ישראל צוריקגעגעבן עזה, אריינגערעכט דעם פאפולערן געגנט גוש קטיף, פאר דער פאלעסטינער אויטאריטעט, אונטער פאטאך. אבער אום יוני 2007 האט די כאמאס טעראר גרופע אוועקגעכאפט קאנטראל פון פאטאך. זינט דאן ווערט דער פאס פאר זיך און די פאפולאציע דערין געפירט דורך דער כאמאס טעראר גרופע.
ישראל טוט נאכאלץ קאנטראלירן די לופט העכער עזה פאס און אויך די ים פארקער פון שיפן וואס קומען און גייען. מיט יארן צוריק איז געשטאנען דאס "יאסיר אראפאט לופטפעלד", אבער עס איז באמבארדירט און גענצליך פארניכטעט געווארן דורך צה"ל, ביי דער צווייטער אינטיפאדע.
עס איז איצט נישט אנערקענט דורך קיינעם אז עס געהערט פאר עפעס א זעלבסטשטענדיג לאנד.