רוים
From Wikipedia, the free encyclopedia
רױם (אויף איטאליעניש און לאטיין: Roma) איז די הױפּטשטאָט פֿון איטאליע און פֿון איר לאַציא ראיאן. מיט א באפעלקערונג פון 2,873,598 איינוואוינער אין א שטח פון 1,285 ק״מ2, איז רוים די פערט-גרעסטע שטאט אינעם אייראפעישן פארבאנד (לויט די שטאט גרענעצן). די שטאט געפינט זיך אינעם צענטראל־מערב טייל פונעם אפענין-האלבאינזל אויף די ברעגן פון דעם טייך טיבער.
|
אין צפון־מערב זייט פון רוים איז פלאצירט דער שטאַט וואטיקאן, אינגאנצן ארומגענומען דורך רוים–א לאנד אין א שטאָט.
רוים האט א היסטאריע וואס ציט זיך איבער 2,500 יאר. די שטאט איז געווארן די הויפטשטאט פון דעם רוימישן קעניגרייך, דער רוימישער רעפובליק און ענדלעך רוים פון דער רוימישער אימפעריע.
לויט דער לעגענדע איז רוים געגרינדעט געווארן אין יאר ג'ז ביי ראמולוס.
רוים איז געווארן א הויפט צענטער פון דער איטאליענישער רענעסאנס.
אין 1871 איז רוים געווארן די הויפטשטאט פון דעם קעניגרייך פון איטאליע, און אין 1946 פון דער איטאליענישער רעפובליק.
דער היסטארישער צענטער פון רוים ווערט גערעכנט דורך אונעסקא א וועלט ירושה ארט. די 1960 זומער אלימפיאדע איז פארגעקומען אין רוים.