חיים שמואלעוויטש
From Wikipedia, the free encyclopedia
רבי חיים לייב הלוי שמואלעוויטש (ב' תשרי תרס"ג - ג' טבת, תשל"ט, ירושלים), איז געווען א מגיד שיעור און א מיטגליד פון דער הנהלה פון דער מירער ישיבה העכער פון 40 יאר, אין פוילן, שאנכיי און ירושלים. ער האט געדינט אלס ראש ישיבה אין די יארן וואס די ישיבה איז געווען אין שאנכיי פון תש"א ביז תש"ז, און נאכאמאל אין דער מירער ישיבה אין ירושלים פון תשכ"ה ביז תשל"ט. ער האט משפיע געווען אויף טויזנטער תלמידים דורכאויס זיין לעבן, סיי בדיבור סיי במעשה, מיט זיין בארימטער התמדה און אנשטרענגעניש אין לערנען תורה.