שאנכיי
From Wikipedia, the free encyclopedia
שאנכיי (כינעזיש: 上海) איז די מערסטע באפעלקערטע שטאט אין כינע און איינע פון די גרעסטע מעטראפאליטאנע שטחים אין דער וועלט, מיט העכער פון 20 מיליאן מענטשן.[1] שאנכיי געפינט זיך אויף כינע'ס מזרח בארטן ביים מויל פונעם יאנגצע טייך. זי ווערט אדמיניסטריט אלס א מוניציפאליטעט פון דער מענטשנ'ס רעפובליק פון כינע מיט פראווינצן סטאטוס.[2]
https://english.shanghai.gov.cn/nw46669/index.html, https://www.shanghai.gov.cn/ אפיציעלע וועבזייטל |
ארגינעל א פֿישעריי און טעקסטיל שטאט, איז שאנכיי געוואקסן צו חשיבות אין דעם 19טן יארהונדערט צוליב איר גינסטיקער פארט פלאץ און ווי איינע פון די שטעט געעפנט צו פֿרעמדן האַנדל דורך דעם 1842 אפמאך פון נאנקין.[3] די שטאט האט געבליט אלס א צענטער פאר מסחר צווישן מזרח און מערס, און איז געווארן א פֿיל־נאציאנאלער מיטלפונקט פון פינאנץ און באשעפֿטיגונג ביז די 1930ער.[4] פֿונדעסטוועגן, שאנכיי'ס וואוילטאג איז געווארן אפגעהאקט נאכן 1949 כינעזישן ברידערקריג און דאס אויפֿהערן פון פרעמדע אינוועסטירונג. די עקאנאמישע רעפארמען אין 1990 האבן גורם געווען אינטענסיווע אנטוויקלונג און פינאנצירונג אין שאנכיי, איז די שטאט געווארן אין 2005 דער וועלט'ס מערסטער באשעפטיגסטער פֿראכט פארט.[5]
ביי חרדי'שע אידן איז דאס אממערסטנס באקאנט צוליב דעם וואס דער וועלט בארימטער מירער ישיבה האט זיך דארטן אויפגעהאלטן אין פארלויף פון דער צווייטער וועלט מלחמה יארן ווען די וועלט האט געפלאקערט און אזוי ארום זענען זיי געראטעוועט געווארן פון א (כמעט) זיכערן טויט.
היינט איז שאנכיי דער גרעסטער צענטער פון האנדל און פינאנץ אין דער כינעזישער יבשה, , און איז געשילדערט געווארן אלס "פארשטעלונג" פון דער וועלט'ס גיכסטערע וואקסנדיגע עקאנאמיע.[6]