אלעד
From Wikipedia, the free encyclopedia
אלעד איז א שטאט אין דעם צענטער דיסטריקט אין ישראל וואס פארנעמט א שטח פון 2,756 דונאם. זי איז אויפגעשטעלט געווארן אלס א לאקאלע ראט אין 1998, אום 23סטן נאוועמבער 2007 איז איר סטאטוס געטוישט צו א שטאט.[1]
נאך אינפארמאציע אלעד ...
|
פארמאכן
אלעד איז א יישוב מיט א חרדישן כאראקטער. אין אנהייב איז זי נאר געווען א וואוינונגס שטאט אבער מיט דער צייט האט אנטוויקלט דער מסחר און אינדוסטריע. אין חודש יוני 2006, האט דער היים מיניסטער באשטעטיגט אוועקצושטעלן נאך 250 דונאם צום שטעטל פאר'ן צוועק פון אויפשטעלן אן אינדוסטריעלע זאנע.