סוואהילי
From Wikipedia, the free encyclopedia
סוואַהילי[1] (Kiswahili קיסוואַהילי) איז א באַנטו שפראך וואס פארשידענע עטנישע גרופעס רעדן וואס וואוינען ביים בארטן פונעם מאזאמביקער קאנאל פון צפון קעניע ביז צפון מאזאמביק, כולל די קאמאראס אינזלען.[2] אויך אין סאמאליע זענען פאראן עטנישע גרופעס וואס רעדן סוואהילי. כאטש נאר פינף מיליאן מענטשן רעדן סוואהילי ווי מוטער שפראך,[3] אבער כמעט אין גאנץ מזרח אפריקע איז זי די טאג־טעגלעכע שפראך, מיט מער ווי 60 מיליאן רעדער.[4] סוואהילי איז די אמטשפראך פון פינף לענדער: טאנזאניע, קעניע, אוגאנדע, די קאמאראס און די דעמאקראטישע רעפובליק פון קאנגא.