פאקיסטאן
From Wikipedia, the free encyclopedia
פּאַקיסטאַן (אורדו: پاکِستان; פארמאל: איסלאמישע רעפובליק פון פאקיסטאן) איז א לאנד אין דרום אזיע מיט מער פון 220 מיליאן איינוווינערס. עס איז דאס זעקסטע גרעסטע לאנד אין דער וועלט פון דער באפעלקערונגס פונקט. צו דרום האט פאקיסטאן א בארטן לאנג 1,046 ק"מ אויפן אראבישן ים און דעם איינגאס פון אמאן; עס גרענעצט איראן און אפגאניסטאן צו מערב, אינדיע צו דרום און כינע צו צפון־מזרח.
איסלאַמישע רעפובליק פֿון פאַקיסטאַן | |||||
| |||||
נאַציאָנאַלע זינגליד: | |||||
קאָנטינענט | אזיע | ||||
אָפֿיציעלע שפּראַך | אורדו, ענגליש | ||||
הויפּטשטאָט | איסלאמאבאד | ||||
רעגירונג | פעדעראלע דעמאקראטישע רעפובליק | ||||
פּרעזידענט פּרעמיער מיניסטער |
אסיף אלי זארדארי נאוואז שאריף | ||||
גרינדונג דאַטום |
דעם 14טן אויגוסט 1947 | ||||
פלאַך מאָס וועלט גראַדונג פלאַך פּראָצענט וואַסער |
803,940 קוואַדראַט ק"מ טער36 3.1 | ||||
באַפֿעלקערונג - צאָל - וועלט גראַדונג - ענגקײט |
201,995,540 6טער 244.4 מענטשן פאַר אַ ק"מ | ||||
פּראָדוקט ווערדע | $1.060 טריליאן (25סט) | ||||
וואַלוטע | פאקיסטאנישע רופי PKR | ||||
צײַט זאָנע | UTC+5 | ||||
אינטערנעט דאָמען | pk. | ||||
טעלעפֿאָן קאָד | 92+ | ||||
פאקיסטאן באדעקט א שטח פון סה״כ 880,940 ק״מ2 (איינשליסנדיק די טעריטאריעס אזאד קאשמיר און גילגיט באלטיסטאן). אזוי איז פאקיסטאן דאס 34סטע גרעסטע לאנד אין דער וועלט. פאקיסטאן האט די זיבעטע גרעסטע מיליטער אין דער וועלט.
די הויפטשטאט פון פאקיסטאן איז איסלאמאבאד, און די גרעסטע שטאט איז די פארט־שטאט קאראטשי, די געוועזענע הויפטשטאט פון לאנד. דער פריערדיקער פרעזידענט איז געווען פערוועז מושאראף. דער היינטיקער פרעזידענט איז אסיף אלי זארדארי.
ביז 1971 האט פאקיסטאן געהאט צוויי טיילן, מזרח פאקיסטאן און מערב פאקיסטאן, אבער אין 1971 האט זיך מזרח פאקיסטאן אפגעשיידט און דערקלערט זיין אומאפהענגיקייט, און געווארן דאס לאנד באנגלאדעש.
אין 1973 האט פאקיסטאן איינגעפירט א נייע קאנסטיטוצע וואס האט אויפגעשטעלט א פעדעראלע רעגירונג באזירט אין איסלאמאבאד וואס באשטייט פון פיר פראווינצן און פיר פעדעראלע טעריאטאריעס. לויט דער נייער קאנסטיטוציע דארפן אלע געזעצן שטימען מיט איסלאם אזוי ווי עס שטייט אין קאראן.