אינדיע
From Wikipedia, the free encyclopedia
אינדיִע, אפיציעל די רעפובליק פון אינדיע (ענגליש: Republic of India; הינדוסטאני: भारत गणराज्य, בהאַראַט גאַנראַדזשיאַ), איז אַ לאַנד אין דרום אַזיע. איר הױפּטשטאָט איז ניו דעלהי. זי איז דאס זיבעטע גרעסטע לאנד אין דער וועלט לויט שטח, און זי האט די צווייטע גרעסטע באפעלקערונג, ציילנדיג מער ווי א ביליאן מענטשן וואס רעדן איבער הונדערט פארשידענע שפּראכן. זי איז די גרעסטע דעמאקראטיע אין דער וועלט.
רעפובליק פון אינדיע Republic of India भारत गणराज्य בהאַראַט גאַנראַדזשיאַ | |||||
| |||||
נאַציאָנאַלע זינגליד: וואַנדע מאַטאַראַם איך בוק צו דיר, מוטער | |||||
קאָנטינענט | אזיע | ||||
אָפֿיציעלע שפּראַך | הינדוסטאני, ענגליש | ||||
הויפּטשטאָט | ניי דעלי | ||||
רעגירונג | פעדעראלע פארלאמענטארישע רעפובליק | ||||
פּרעזידענט פּרעמיער מיניסטער |
פראנאב מוקערדזשי נארענדרא מאדי | ||||
גרינדונג דאַטום |
15טן אויגוסט 1947 (פונעם פאראייניגטן קעניגרייך) | ||||
פלאַך מאָס וועלט גראַדונג פלאַך פּראָצענט וואַסער |
3,287,263 קוואַדראַט ק"מ 7ט 9.56 | ||||
באַפֿעלקערונג - צאָל - וועלט גראַדונג - ענגקײט |
1,210,193,422 (2011 צענזוס) 2ט 369.8 מענטשן פאַר אַ ק"מ | ||||
פּראָדוקט ווערדע | $4.457 טריליאן (3ט) | ||||
וואַלוטע | רופי | ||||
צײַט זאָנע | 5.30 + UTC | ||||
אינטערנעט דאָמען | in. | ||||
טעלעפֿאָן קאָד | 91+ | ||||
אינדיע גרענעצט פאקיסטאן צו מערב, כינע, נעפאל און בהוטאן צו צפון־מזרח, מיאנמאר און באנגלאדעש צו מזרח, און דער בוכטע פון בענגאל צו דרום־מזרח, דעם אינדישן אקעאן צו דרום און דעם אראבישן ים צו דרום־מערב.
פיר וועלט רעליגיעס—הינדואיזם, בודהיזם, דזשייניזם און סיקהיזם—שטאמען פון דאנעט; יידישקייט, זאראאסטריזם, קריסטנטום און איסלאם זענען אהער געקומען אין די לעצטע צוויי טויזנט יאר. אינדיע איז געווארן זעלבשטענדיק פון דעם פאראייניגטע קעניגרייך אום 1947, דאן האט די קאמיסיע פארמירט אויך דאס לאנד פאקיסטאן פאר די מוסולמענער. 80 פראצענט אינדישע איינוואוינער זענען פון די הינדואישער רעליגיע.
איר אפיציעלע שפראך איז ענגליש, ווייל עס ווערן גערעדט ארום פיר הונדערט שפראכן אין אינדיע, האט מען אדאפטירט ענגליש, אלס די אפציעלע שפראך, וואס ווערט גערעדט אין פארלאמענט, היינט רעדן עס רוב מענטשן ווי א צווייטע אקצענט.
דער ערשטער פרעמיער מיניסטער פון אינדיע איז געווען דזשאווארהארלאל נעהרו, פון 1947 ביז 1964.
די אינדישע עקאנאמיע איז די דריטע גרעסטע אין דער וועלט.
אינדיע איז א פעדעראלע קאנסטיטוציאנעלע רעפובליק, רעגירט דורך א פארלאמענטארער סיסטעם, מיט 29 שטאטן און 7 פארבאנד טעריטאריעס.
אינדיע איז א גרינדער מיטגליד פון דער וועלט האנדל ארגאניזאציע, און האט אונטערגעשריבן דעם קיאטא פראטאקאל.
נאציאנאלער בעל־חי: אַזיאַנע עלעפאַנט | ||
---|---|---|
נאציאנאלער פויגל: אינדישע פאווע | ||
נאציאנאלער בוים | ||
נאציאנאלער בלום | ||
נאציאנאלער לעגאַט בעל-חי: טיגער | ||
נאציאנאלער אקוואטישער מארין זויגער | ||
נאציאנאלער רעפטיליע | ||
נאציאנאלער לעגאַט זויגער | ||
נאציאנאלער פרוכט | ||
נאציאנאלער טעמפל | ||
נאציאנאלער טייך: גאנגעס טייך | ||
נאציאנאלער בארג | ||