דזשייניזם
From Wikipedia, the free encyclopedia
דזשייניזם (הינדוסטאני: जैनधर्म דזשיין דהאַרמאַ) איז א פאנטעיסטישע רעליגיע וואס לערנט קיין געוואלד קעגן לעבעדיקע באשעפענישן. די נשמה מוז זיך אויסלערנען הערשן איבער די אינערלעכע שונאים. אין דער מאדערנער וועלט, איז דזשייניזם א קליינע אבער השפעהדיקע רעליגיעזע גרופע מיט עטלעכע 4.2 מיליאן נאכפאלגער אין אינדיע, און דערפאלגרייכע וואקסנדיקע געמיינדעס אין צפון אמעריקע, מערב אייראפע, דעם ווײַטן מזרח, אויסטראליע און אנדערש וואו.