ווינדזאר הויז
קעניגלעך הויז פונעם פאראייניגטן קעניגרייך / From Wikipedia, the free encyclopedia
דאס ווינדזאר הויז איז דאס היינטיקע קעניגלעכע הויז פונעם פאראייניגטן קעניגרייך און אנדערע קאמאנוועלט לענדער. די דינאסטיע שטאמט פון די דייטשע הערצאגן און איז געווען פריער א צווייג פונעם זאקסן-קאבורג און גאטע הויז. עס איז דער נאכפאלגער פונעם האנאווער הויז ווי די מאנארכן פון דער בריטישער אימפעריע נאכן טויט פון דער מלכה וויקטאריע, ווייב פון פרינץ אלבערט פון זאקסן-קאבורג און גאטע. די זאקסן-קאבורג און ווינדזאר הייזער האבן פארזארגט ביז היינט זעקס בריטישע מאנארכן, פינף מלכים, איינער מלכה און די היינטיקע קעניג, טשארלס דער דריטער.
אין 1917 האט מען געענדערט דעם נאמען פון זאקסן-קאבורג און גאטע צום ענגלישן ווינדזאר צוליב דייטש-פיינטלעכקייט אין דער בריטישער אימפעריע במשך דער ערשטער וועלט-מלחמה.[1] אין די יארן פון דער הערשאפט פון די ווינדזארן האבן פאסירן וויכטיגע ענדערונגען אין דער בריטישער געזעלשאפט . די בריטישע אימפעריע האט זיך באטייליקט אין די ערשטער און צווייטער וועלט-מלחמות, זייענדיק ביידע מאל אויף דער זיגנדיקער זייט, דאך נאכהער האט זי פארלוירן איר סטאטוס פון אן איבערמאכט ווערנט דעקאלאניזאציע. דער גרעסטער טייל פון אירלאנד האט זיך געשיידט פונעם פאראייניגטן קעניגרייך. די מערסטע געוועזענע לענדער פון דער אימפעריע זענען געווארן די קאמאנוועלט פון פעלקער.