חיפה
From Wikipedia, the free encyclopedia
דער אַרטיקל אָדער די אָפטיילונג נויטיגט זיך אין א קאָמפלעטער איבערשרייבונג. ביטע דאס דורכשמועסן אין דעם שמועס בלאַט. |
|
חיפֿה (אַראַביש حيفا - חאַיפֿאַ) איז די גרעסטע שטאט לויט באַפעלקערונג אין צפון ישׂראל און די דריטע גרעסטע שטאָט אין לאנד. די שטאט איז שוין באקאנט פון 300 יאר פֿאר דער ציווילער רעכענונג (בערך ג'ת"ס). איר שטח איז 63,666 דונאם. עס איז באשטעטיקט געווארן ווי א שטאט אין יאר... . לויט דעם צענטראלן ביורא פון סטאטיסטיק, ריכטיק פאר יאר 2011, איז איר באפעלקערונג 270,348 איינוווינערס. חיפה איז איינע פון די פארט שטעט אין ישראל, און איצט איינער פון די סימבאָלן פון דער שטאָט איז די פּאָרט פון חיפֿה.
חיפֿה איז דער שטאָטישער צענטער פון צפון ישראל, הויפטשטאט פון חיפֿה דיסטריקט און אַ מיטגליד פון פארום 15. חיפֿה איז אַ צענטער פון טראנספארטאציע, און אַ צענטער פון ים־האַנדל פון ישראל. צוויי געערטע אקאדעמישע אינסטיטוציעס געפינען זיך אין חיפה, דער אוניווערסיטעט פון חיפה און דער טעכניאן.
די באפעלקערונג פון חיפה זענען 82% יידן, 4% מוסלמענער, און 14% קריסטן.
דער נחל קישון טייך רינט אדורך חיפה אינעם מיטלענדישן ים.