לאנדאן
From Wikipedia, the free encyclopedia
לאנדאן (ענגליש: London לֹאַנדן) איז די הויפטשטאט פון ענגלאנד און פונעם פאראייניגטן קעניגרייך, און די גרעסטע שטאט און מעטראפאליטן שטח אינעם קעניגרייך. לאנדאן געפינט זיך אויפן טעמז טייך. דער יישוב פון לאנדאן גייט צוריק צוויי טויזנט יאר צום יאר ג'תת"ג ווען די רוימער האבן אויפגעשטעלט דאס שטעטל לאנדיניום. דער אלטער יישוב איז די סיטי פון לאנדאן וואָס היט אירע מיטלאַלטער גרעניצן ביז היינט, אבער היינט רופט מען לאנדאן דעם גאנצן געגנט פון לאנדאן, ד"ה דעם שטח פון גרויסלאנדאן, וואס ווערט רעגירט דורך די בירגערמייסטער פון לאנדאן און לאנדאנער פארזאמלונג.
|
הײַנט איז לאנדאן פון די וויכסטיגע צענטערס, סײַ פון האנדל, סײַ פון פינאנץ, סײַ פון קולטור.
לאנדאן איז די שטאט מיט דער דריט גרעסטער באפעלקערונג אין אייראפע (נאך איסטאנבול און מאסקווע), מיט 8.9 מיליאן אײנוואוינער. צוזאמען מיט דעם ארומיגן ראיאן איז די באפעלקערונג מער ווי 15 מיליאן. אין לאנדאן וואוינען פון די מערסטע אויסלענדישע (נישט בריטישע) בירגער פון סיי וועלכע אנדערע שטאט אין דער וועלט, אזוי ווייט אז איינס פון יעדער דריי לאנדאנער איז אן אויסלענדישער; אין רעזולטאט, ווערן גערעדט אין לאנדאן ארום 300 שפראכן.
לאנדאן איז אן אינטערנאציאנאלער טראנספארט מיטלפונקט: זי האט זעקס אינטערנאציאנאלע לופטפעלדער און אויך א פארט פאר שיפן. דער הויפט פליפעלד, לאנדאן היטרוי, איז דער וועלט'ס מערסט באשעפטיגטער פליפעלד לויט דעם נומער פון אינטערנאציאנאלע פאסאזשירן.[1]
לאנדאן האט די מערסטע באזוכער פון נאר וועלכער שטאט אין דער וועלט.[2]
די 43 אוניווערסיטעטן אין לאנדאן שאפן די גרעסטע קאנצענטראציע פון העכערער בילדונג אין אייראפע.
די שטאָט לאנדאן איז די היים פאר טויזנטער חרדישע פאמיליעס און איז די גרעסטע חרדישע שטאָט אין אייראפע.
לאנדאן אנטהאלט עטליכע וועלט ירושה ערטער: דער טורעם פון לאנדאן, קיו גערטנער, דער פאלאץ פון וועסטמינסטער און גריניטש. אנדערע בארימטע אנדענקפונקטן זענען באקינגהאם פאלאץ, דער ביג בען, דער לאנדאנער אויג, פיקאדילי צירקוס, טורעם בריק און וועמבלי סטאדיום. אויך אין לאנדאן זענען עטלעכע חשובע מוזייען: דער בריטישער מוזיי, נאציאנאלע גאלעריע, בריטישע ביבליאטעק און נאך.
דער לאנדאנער אונטערגרונט איז די עלטסטע אונטערגרונט באן סיסטעם אין דער וועלט.