לעטיש
From Wikipedia, the free encyclopedia
לעטיש (latviešu valoda) איז די אפיציעלע שפראך פון לעטלאנד. בערך 1.5 מיליאן מענטשן רעדן לעטיש ווי מוטערשפאך אין לעטלאנד, און 120,000 אין אויסלאנד [1] . לעטיש איז אן אסט־באלטישע שפראך פון די באלטישע שפראכן אין דער פאמיליע פון אינדא אייראפעישע שפראכן. די נענטסטע שפראך צו לעטיש איז ליטוויש, אבער די צוויי שפראכן זענען נישט פארשטענדליך איינס אנאנד.
פון 2004 איז זי געווארן איינע פון די אפיציעלע שפראכן פונעם אייראפעישן פארבאנד.