נעצווערק באן
אייגנטומער פון באן אינפראסטרוקטור אין גרויסבריטאניע / From Wikipedia, the free encyclopedia
נעצווערק באַן איז דער אייגנטומער און אינפראַסטרוקטור פאַרוואַלטער פון רובֿ פון דער באן נעץ אין ענגלאַנד, סקאָטלאַנד און וויילס.[1]
נעצווערק באנ׳ס הויפּט קליענטן זענען די פּריוואַטע באַן אַפּערירן פירמעס (TOCs), פאַראַנטוואָרטלעך פֿאַר פּאַסאַזשירן טראנספארט, און פראכט אַפּערירעןפירמעס (FOCs), וואס צושטעלן באַן באַדינונגען אויף דער אינפראַסטרוקטור וואס די פירמע פארמאגט און האלט אויף. זינט 1טן סעפטעמבער 2014, ווערט נעצווערק באן קלאַסיפירט ווי אַ "ציבור סעקטאָר גוף".[2]
כדי זיך געבן אן עצה מיט די וואקסנדע צאל פאסאזשירן, טוט נעצווערק באן אונטערנעמען א £38 ביליאן פראגראם פון ארויפגראדירן דעם נעץ, כולל קרייצבאן, עלעקטריפיזירן ליניעס, ארויפגראדירן טעמזלינק און א נייע הויך־גיך ליניע (HS2).