ראשון לציון
From Wikipedia, the free encyclopedia
ראשון לציון איז די פערטע גרעסטע שטאט אין ישראל. לויטן צענטראלן ביורא פאר סטאטיסטיק, וווינען אין ראשון לציון 232,410 איינוווינער.[1]
נאך אינפארמאציע ראשון לציון ...
ראשון לציון | |
---|---|
די שול און דער גרויסער גלאק | |
לאַנד | ישראל ישראל |
געגנט | צענטער דיסטריקט |
בירגערמײַסטער | רז קינסטליך |
שטח | 58.704 קוואדראט ק"מ |
באַפֿעלקערונג | 232,410 (2011)[1] |
פארמאכן
די שטאט איז געגרינדעט אין יאר 1882, דורך דער ערשטער עליה, צוועלף און א האלב קילאמעטער דרום פון יפו.
אנהייב האט די שטעטל געהאט אסאך פינאנציעלע פראבלעמען, ביז עדמונד זשיימס דע ראטשילד, האט גענומען די פלאץ אונטער זיין אויפזיכט, און האט אויפגעשטעלט די וויין פאבריק אין ארץ ישראל. היינט איז דאס דער וויינקעלטער פון דער "כרמל" פירמע.
די שטאט געפונט זיך אין גוש דן, און איז אין דעם מעטראפאליטען שטח פון תל אביב. די שטאט גרענעצט פון מערב דעם מיטלענדישער ים, נס ציונה פון דרום, בת ים און חולון פון צפון, און צריפין מיליטערישע באזע פון מזרח.