באנגלאדעש
From Wikipedia, the free encyclopedia
באַנגלאַדעש (בענגאַליש: বাংলাদেশ באַנגלאַדעש [ˈbaŋladeʃ]), אפיציעל די פֿאלקס־רעפובליק פון באנגלאדעש (গণপ্রজাতন্ত্রী বাংলাদেশ Gônoprojatontri Bangladesh), איז א לאנד אין דרום-מזרח אזיע ארומגענומען פֿון אינדיע כמעט פֿון אלע זײַטן, אחוץ א קליינער גרענעץ מיט בורמע אין דרום-מזרח און לעבן דער בוכטע פון בענגאל צו דרום. די הויפטשטאט איז דאקא. די אפיציעלע שפראך פון בענגאל איז בענגאליש. בענגאל איז א זייער ארעם לאנד. ער איז א מיטגליד אין דער קאמאנוועלט. באנגלאדעש איז דער וועלט׳ס אכט־מערסט באפעלקערט לאנד.
פֿאלקס רעפובליק פֿון באנגלאדעש | |||||
| |||||
נאַציאָנאַלע זינגליד: אַמאַר שאָנאַר באַנגלאַ מײַן גאלדענער בענגאל | |||||
קאָנטינענט | אזיע | ||||
אָפֿיציעלע שפּראַך | בענגאליש | ||||
הויפּטשטאָט | דאקא | ||||
רעגירונג | פארלאמענטארישע רעפובליק | ||||
פּרעזידענט פּרעמיער מיניסטער |
יאזשודין אחמעד | ||||
גרינדונג דאַטום |
26 מארץ 1971 (פֿון פאקיסטאן) | ||||
פלאַך מאָס וועלט גראַדונג פלאַך פּראָצענט וואַסער |
147570 קוואַדראַט ק"מ 94 7.0 | ||||
באַפֿעלקערונג - צאָל - וועלט גראַדונג - ענגקײט |
150,448,340 7 1045 מענטשן פאַר אַ ק"מ | ||||
פּראָדוקט ווערדע | $222.4 ביליאן (48סט) | ||||
וואַלוטע | טאקא | ||||
צײַט זאָנע | 6 + UTC | ||||
אינטערנעט דאָמען | bd. | ||||
טעלעפֿאָן קאָד | 880+ | ||||
די איינוואוינערס אין באנגלאדעש זענען 89.7% מוסולמענער און 2% הינדו. איסלאם איז די אפיציעלע רעליגיע פון באנגלאדעש.
די צוויי גרעסטע שטעט זענען די הויפטשטאט דאקא און טשיטאגאנג.
דער גרעסטער טייל פון באנגלאדעש איז באדעקט מיט דער בענגאל־דעלטע, די גרעסטע דעלטע אויף דער וועלט. דאס לאנד האט 700 טייכן און 8,046 ק״מ פון אינלענדישע וואסערוועגן. דאס לאנד האט א גרויסן אויסוואל פון פלאנצן און בעלי-חיים, כולל די בענגאל-טיגערס, דער נאציאנאלער בעל-חי, וואס איז אין געפאר פון אויסשטארבן.
בענגאל איז אן אנטוויקלונגס-לאנד, און איינער פון די גרעסטע טעקסטיל עקספארטירערס אין דער וועלט. זיינע הויפט האנדל־שותפים זענען דער אייראפעאישער פארבאנד, די פאראייניגטע שטאטן, כינע, אינדיע, יאפאן, מאלייזיע און סינגאפור. באנגלאנדעש איז א מיטגליד אין די פאראייניקטע פעלקער און דער וועלט האנדל ארגאניזאציע.