מיטלענדישער ים
ים / From Wikipedia, the free encyclopedia
דער מיטלענדישער ים איז א ים פונעם אטלאנטישן אקעאן וואס איז כמעט אינגאנצן ארומגענומען מיט לאנד — פון צפון זייט אייראפע, פון דרום אפריקע און פון מזרח אזיע. ער באדעקט א שטח פון 2.5 קוואדראט קילאמעטער, און איז באהאפטן מיטן אטלאנטישן אקעאן דורך דעם שמאלן דורכגאס פון גיבראלטאר וואס איז ברייט אינגאנצן 14 קילאמעטער, און שיידט אפ גיבראלטאר און שפאניע אין אייראפע פון מאראקא אין אפריקע.
דער דורכשניט טיף פונעם ים איז 1500 מעטער, און דער טיפֿסטער פונקט איז 5,267 מעטער אין דער קאליפסא טיף אינעם יאנישן ים.
אמאל איז ער געווען די חשבסטע רוטע פאר סוחרים אין קדמונישע צייטן, מיט מסחר צווישן בבל, מצרים, גריכנלאנד, טערקיי און רוים.
די לענדער מיט בארטנליניעס אויפן מיטלענדישן ים זענען איטאליע, אלבאניע, אלזשיר, באסניע און הערצעגאווינע, גריכנלאנד, טוניסיע, טערקיי, ישראל, לבנון, ליביע, מאלטא, מאנאקא, מאנטענעגרא, סיריע, סלאוועניע, עגיפטן, פראנקרייך, ציפערן, קראאטיע און שפאניע. דערצו, האבן אויך דער עזה פאס און די בריטישע מעבר-לים טעריטאריעס גיבראלטאר און אקראטירי און דעקעליע בארטנליניעס אויפן ים.