גער (הויף)
א רעבישער הויף / From Wikipedia, the free encyclopedia
גער איז דער גרעסטער חסידישער הויף אין ארץ ישראל. דער הויף הייסט נאָכן שטעטל גער נעבן וואַרשע אין פּוילן, וואו דער גרינדער פון דער דינאַסטיע, רבי יצחק מאיר אַלטער, מחבר פון "חידושי הרי"ם" האָט געוואוינט אין די יארן ווען ער האט געפירט די רביסטעווע, צום סוף פון זיינע טעג. ביזן חורבן איז גער געווען דער צענטער פונעם הויף, און עס האט אריינגענומען בערך 100,000 חסידים פון פארשידענע שאטונגען. דאס חסידות איז שווער געשעדיגט געווארן אינעם חורבן ווען רוב חסידים זענען דערמארדעט געווארן, אבער זי האט זיך געלאזט ווידער אויפשטעלן אין ארץ ישראל, וואו דער רבי רבי אברהם מרדכי (דער "אמרי אמת") האט געלונגען צו אנטלויפן.
דאס חסידות איז היינט הויפטקווארטירט אין ירושלים, אין דעם ריזיגן צענטראלן בית מדרש פונעם רבי׳ן אויף ירמיהו גאס. ביי די גרויסע נסיעות, שבועות און ראש השנה, דאווענען צוזאמען אומגעפער 20,000 מענער, בחורים און יינגלעך, ווי אויך א פאר טויזנט פרויען אין דער ווייבער־שול גאלעריע.
דער היינטיגער רבי הייסט רבי יעקב אריה אלטער.
זיי זענען באקאנט אלס שארפזיניקע חברה לייט, און אָפּגעשיידטע פון זייערע פרויען איינגעפירט דורך איינע פון זייערע רביס, דער בית ישראל רבי ישראל אלטער, וואס האט געשטארקט זיינע חסידים נישט צו האבן קיין סעקסועלע אפיר מיט די ווייבער ווי ווייניגער, כדי צו זיין הייליג און כל כולו פארטאן מיט גאָט.
גערער חסידים אין ישראל וואוינען אין ירושלים, בני ברק, אשדוד, בית שמש, תל אביב, חיפה, ערד, דימונה, חצור הגלילית און קריית גת, מיט קלענערע קהילות אן עמנואל, פתח תקוה און קרית אתא. אין חוץ לארץ זענען די הויפט קרייזן פון גערער חסידים אין בארא פארק, פלעטבוש, מאנסי, לייקוווד, טאראנטא, סטאמפארד היל און גאלדערס גרין אין לאנדאן, מאנטשעסטער, אנטווערפן, מאנטרעאל, ציריך און מעלבארן.
אין אנהייב יאר תש״ף האבן א טייל גערער חסידים זיך אפגעטיילט און האבן אויפגעשטעלט א באזונדערע קהילה אונטער דעם געוועזענעם ראש ישיבה פון ״שפת אמת״, הרב שאול אלטער.